היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » "ראש חודש" אשכול

"ראש חודש" אשכול

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #61

אויבער חכם » Fri Aug 01, 2008 3:53 am

· #330
"ראש חודש" אשכול
בס"ד

אזוי ווי עס קומט ראש חודש מנחםאב
דארף מען וויסען אז צדיקים טייטשען אז
משנכנס אב ממעטין -איז מען מעעט די דינים-בשמחה-דורך שמחה
זייטס פריילעך אידען אונז האב מער א גרויסען באשעפער
נישט פארלירען די מוט
ביי חסידים פלעגט מען זאגען אז מוט פארלוירען אלעס פארלוירען
נאר נישט קיין עצבות
לעבעדעג פריייליך
אוי א גאנץ יאר פרייליך א גאנץ יאר פרייליך
זאלמער זוכה זיין צי א פרייליכען תשעה באב
אמן
נאר בשמחה אידעלעך

דארפסמאן » Fri Aug 01, 2008 11:59 am

· #334
Re: "ראש חודש" אשכול
געהערט פון א מגיד אז משנכנס אדר מרבין גרויסע טעג מיט וואס מיט שמחה
און משנכנס אב ממעטין הייסען נידריגע טעג אבער וואס אזוי האלט מען זיך נאר מיט שמחה

פויער » Sun Aug 03, 2008 8:06 am

· #361
Re: "ראש חודש" אשכול
ווען מיין מגיד שיעור פלעגט נאכזאגן אדר אז מרבין בשמחה מיינט לימוד התורה

איז יעדער אויפגעשפרינגן וואס טוט זיך מיט ממעטין בשמחה אין אב

אין ער איז געבליבן מיטן צונג אינדערויסן...

ראנעלד-רעיגן » Sun Aug 03, 2008 11:10 am

· #374
Re: "ראש חודש" אשכול
גאד גאד....

איש יהודי » Sun Aug 31, 2008 7:10 pm

· #1791
Re: "ראש חודש" אשכול
בס"ד
א גוטען לעכטיגען חודש פאר אלע חברי הווינקעל
אין פאר גאנץ כלל ישרא-ל
כתיבה וחתימה טובה

שעפעלע » Sun Aug 31, 2008 8:33 pm

· #1793
Re: "ראש חודש" אשכול
איש יהודי יישר כח פאר דיינע תגובות און פאר די בילד וואס די האסט צוגעלייגט צו דיין פראפייל פון הרב הצדיק מטאהש שליט"א אז אפילו מען זיצט אויף די אינטערנעט זאל מען זעהן פאר זיך די צורה פון אן ערליכע איד זיך צו דערמאנען וויאזוי מען דארף באמת אויסקוקן

פרישע קאווע » Mon Sep 01, 2008 10:29 am

· #1797
Re: "ראש חודש" אשכול
וועעעווווועעעע.................א בער.................חודש אלול איז דא!

אויב זענען דא פארהאנען נאך ליטוואקן איז כדי צו מאכן א אשכול ווי עס וועט יעדן טאג זיין א מוסר שיעור פאר א האלבע שעה מיטן באקאנטן מוסר ניגון.

היימיש » Mon Sep 01, 2008 10:40 am

· #1800
Re: "ראש חודש" אשכול
נעכטען ביי מנחה האב איך געהערט צוויי עלטערע אידן שמועסן צווישן זיך, איך וועל נישט אראפ ברענגן זייער גאנצע שמועס, אבער איין זאך יא איינער האט דארט געזאגט "חודש אלול איז נישט קיין בער".

פרישע קאווע » Mon Sep 01, 2008 10:46 am

· #1801
Re: "ראש חודש" אשכול
ביינונז חסידשע אידן פלעגט מען זאגן "אלול איז ניט קיין בער און א גאנץ יאר איז נישט קיין שפעלע", שעפעלע ביסט דא..........?

ועוד שמעתי, אלול איז נישט קיין בער עס איז נאר א קער, אידן קערטס ענק צוריק!

ראנעלד-רעיגן » Mon Sep 01, 2008 10:59 am

· #1806
Re: "ראש חודש" אשכול
האב איך אמאל געהערט א מעשה שהיה, א ליטווישע בחור האט געכאפט אום אלול א היטש מיט א אשה ר"ל, אריין פארענדיג אין ישיבה איז צוגעקומען א בחור און זאגט אים איר שעמט אייך נישט א היטש מיט א פרוי? זעענדיג אז יענער ווערט פארויטעלט האט ער זיך אנגערופן ע איי זשאסט מעד עי זשאויק, דער אנדערער געט א שפרינג אויף אלול א זשאויק!!!

היימיש » Thu Oct 30, 2008 11:08 am

· #2258
Re: "ראש חודש" אשכול
א גוטן חודש!

איזאק » Thu Oct 30, 2008 11:25 am

· #2261
Re: "ראש חודש" אשכול
אה סיז דא א חודש אשכול, נישט באמערקט, א גוטן חודש פאר יעדן.

איש יהודי » Thu Oct 30, 2008 1:25 pm

· #2273
Re: "ראש חודש" אשכול
א גוטען לעכטיגען חודש פאר אלע יודען

פויער » Fri Oct 31, 2008 6:02 am

· #2298
Re: "ראש חודש" אשכול
א גוט חודש א גוט ווינטער און א גוט יאר