היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » גראמען אשכול

גראמען אשכול

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #34

בני היכלא » Mon Jul 28, 2008 12:03 am

· #94
גראמען אשכול
לכבוד איש יהודי

שאקרא אותו ידידי

אתחיל לכתוב חרוזים

בגודל וכגובה ארזים

דער הייליגער גרויסער צדיק

ר' נחמן ברעסלאווער איז אין זיין ספר מדייק

אז גראמען האט א מקור אין די תורה

פונעם פסוק אין ישעי' דער נביא פונעם בורא

אין קאפיטל ה' דער זיבעטער פסוק

שטייט געשריבן אזוי מתוק

ויקו למשפט
והנה משפח
לצדקה
והנה צעקה

דא זאגט דער הייליגער צדיק זעט מען
אין די תורה די וועג פון גראמען

איש יהודי » Mon Jul 28, 2008 2:44 am

· #97
Re: גראמען אשכול
כ'קעו דאך נישט בלייבען שולדיג
מיז איך אויך אינהייבען גראמען געדולדיג
לכבוד ווינקלער
יוא כ'האב נישט קיין נערווען יעצט
עט עס מיזען זיין א צווייטע מאל

בסייעתא דשמיא » Thu Jul 31, 2008 4:58 pm

· #262
Re: גראמען אשכול
מען דרייט זיך ארום און ארום
מען זוכט א פרישקייט אומעטום

מען דרייט זיך ארום אזוי פארזויערט
א שווארצע וואלקן אויפ'ן געזיכט הויערט

מען זוכט עפעס א היכל
אריינצוגיין געבן א שמייכל

פלוצלונג עס ווערט אויס טונקל
עס ווערט אנטפלעקט א "היימישע ווינקל"

מען גייט אריין צוזאמען פארברענגן בשבת אחים
מען איז זיך מחזק צוזאמען איינער דעם צווייטן איז מנחם

דאס ווינקל בלייבן נישט שטיין
נאר זיין גוטע נאמען טוט פאראויס גיין

מיר וואונטשן טאקע הצלחה פאר די גרינדער
פאר מאכן אונזער לעבן גרינגער

עס וועט זיין א סוקסעס בסייעתא דשמיא
ווייל עטץ זענטס אידישע קינדערלעך מחי-ה

דארפסמאן » Thu Jul 31, 2008 6:54 pm

· #313
Re: גראמען אשכול
קיין גראמער בין איך קיינמאל נישט געווען
און איך גלייב נישט אז וועט נאל אמאל געשען

דארף איך שנעל פון דא ארויס גיין
איך זאל נישט בלייבן ווי נאר אליין

זייט מיר אלע געזינט און פריש
אז נישט וועל איך זיין שטיל ווי א פיש

פויער » Sun Aug 03, 2008 8:10 am

· #363
Re: גראמען אשכול
איך וועל פראבירן דעם עולם דא צו באגריסן
אין די גראמען אשכול מיז איך אויך אביסל אריינשמועסן

אפילו איך בין נישט קיין גראמער קיינמאהל געווען
אבער די עולם וויל דא גראמען זעהן

אין מיט דעהם וועל איך זיין מסיים
איך וואונטש דא יעדעם לחיים

למעלה משבעים » Fri Sep 12, 2008 12:53 am

· #2039
Re: גראמען אשכול
יו איז געווען א מחיה
צו זען די ארטיקל פון בסייעתא דשמיא

אלע און ווינקעל ביינזאם
באגריסן זאל מען דעם דארפסמאן

איך וואלט געזאגט גאר קאפויער
אנדערש ווי עס האט געזאגט מיסטער פויער

דערווייל מוז מען דא דאווענען יחידי
ווייל עס איז נאר דא מיט אינז פויער, דארפסמאן, בסייעתא דשמיא, און איש יהודי

הגם עס איז דא מיט אונז אויך בני היכלא
מאכטס נישט אויף מיר קיין בהלה

ווייל דאס איז דאך פשוט און מען דארף נישט דערמאנען אז אן פייטל דער אויבערמאן
קען מען נישט באווייזן צו מאכן אפילו איין שפאן

און דערווייל ביז די עולם וועט ענדיגן די גאנצן ענין
וועל איך מיר שפאצירן צו אן אנדערען מנין

פויער » Fri Sep 12, 2008 8:23 am

· #2042
Re: גראמען אשכול
א גוט יאר אלע ידידים
אלע ווינקלער חסידים

איך האב מיר גענומען צו גראמען
צו אויפלעבן דעם ווינקל צוזאמען

אזוי ווי די פאלקס ווערטעל טוט גיין
איך וועל עס דא מעתיק זיין

במקום שאין איש
איז הערינג אויך פיש

ממילא במקום שאין גראמער
איז פויער אויך א מאן דאמר

איך גיי שוין פארלאזען די ארט
און לאזן א צווייטן איבערנעמען די ווארט