היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און באריכטן » גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?

גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #27

איש יהודי » Sat Jul 26, 2008 10:02 pm

· #61
גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אין די לעצטע וואך איז אויל זייער געפאלען
די שאלה איז פארוואס
פארוואס איז עס ארויף אין פארוואס איז עס יעצט אראפ ווער עס ווייסט איז מכובד צי זאגען

בני היכלא » Sun Jul 27, 2008 4:10 am

· #79
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
פארן זעלבע סיבה פארוואס עס גייט ארויף, פחד ודמיון.

למשל אויב שרעקן זיך די שפעקולאנטן אז ס'גייט זיין א נידריגערע פארלאנג פאר אויל, וועגן זייטיגע ענערגיע כחות, אדער וועגן נייע אויל גרובער, דאן פאלט די פרייז

עצה טובה, מ'דארף נישט מער ווי א רעגירונג זאל ארויסלאזן אז זיי האבן געטראפן, ביליאנער פעסלעך אויל ביי זיי, די פרייז זאל טראסקענען, אדער אז איינער זאל מעלדן אז ס'יז דא א גוטע וועג צו ריפלעיסן אויל, אוי הלואי...

ראנעלד-רעיגן » Tue Jul 29, 2008 11:04 pm

· #137
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
בני היכלא זייער שיין ארויס געברענגט און קורצען.

עס איז דא צוויי סברות איבער דעם נושא, פארוואס די גאז האט געטראסקעט,

1) היות פרעזיענט בוש ירום הודו, האט פאר צוויי וואכן צוריק אראפ גענומען דעם פארבאט אויף אויל דרילינג, האבן זיך גענומען שפעקולירן, דורך אונזער הויעך געשפיצטע שפעקולאנטן, געוויסע שפעקולאציעס אז עס וועט פאלן, און כדרכו של עולם(גיי ווייס פארוואס) האט עס געטראסקעט מיט איבער 20 טולער.

{היינט איז ארויס געקומען די נייעס אז הערי ריעד דער פירער פון סענאט, האט ערלויבט ארויף צו ברענגן אויפן טיש, אן ענערגיע ביל פון די ריפובליקאנער, איינס פון די זאכן אין דעם ביל, איז אראפ צו נעמען דעם אויל דרילינג פארבאט, אדאנק דעם דרייען זיך שוין ארום שפעקולאציעס, אז עס וועט נאך מער טראסקענען}

2) דאס איז שוין א סברה וואס האט אין זיך א ערענעסטער באדייט, דהיינו, היות די געז איז ארויף געשפרינגן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, אזש ביז עס האט ערענסט אנגעפאנגן צו בארירן די קעשענעס פונם אמעריקאנעם פאלק(גם אני בתוכם...), האט דער עולם אויפגעהערט זיך צו באניצען מיט זאכן וואס ציען צופיל גאזאלין ווי קארס וכדו',(לידיעה: אמעריקא ניצט 80 פראצענט פון דעם וועלטליכן גאז באניץ), און דער אויסקים דערפון איז געווען אז עס איז געווארן א קלענערן פארלאנג אויף גאז, האבן די ישמעלים זיך דערשראקן אז זיי גייען בלייבן מיט פולע ארסענאלן, און נישט האבן פאר וועם עס צו פארקויפן, האבן זיי שנעל אראפ גערוקט דעם פרייז, און אזוי גייט דער גלגל ווייטער.

אינטערסאנט צו באמערקן, ווען די פרייז פאלט אויפן נאציאנאלן מארקעט, געדויערט עס א שטיק צייט ביז מ'דערקענט עס אויפן פאמפ, אבער ווען עס שטייגט נאציאנאל, שטייגט עס תיכף ומיד.(פונקט ווי אין די בענק, אונזערע עלטערן פלעגן ארויס געבן א טשעקל, און וויסן אז זיי האבן נאך צייט צו דעקן דעם טשעק א טאג צוויי ביז עס גייט אריבער, אבער היינט זינט אלעס איז געווארן עלעקטאראניש, איז תיכף ווען מ'דיפאזיט א טשעק, אויב האט עס נישט קיין דעקונג האט עס א מעגליכקייט צו קראכן, אבער אויף פארקערט צו קענען האבן תיכף די געלט, דא פארגעסן זיי פון אונזער נייע טעכנאלאגישע וועלט)

בני היכלא » Wed Jul 30, 2008 3:22 pm

· #156
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
א שיינער אנאליז מיסטער פרעזידענט.

עס דערקענט זיך אויף אייך דאס איר זענט אויסגעקאכט אינעם נושא.

פון דער אנדערער זייט מטבע, לאזט זיך הערן געוויסע קלאנגען אז די רעגירונג האט געוויסע אינטרעסען, די מצב זאל אזוי אנהאלטן א וויילע, איי די עקאנאמיע ווערט אריינגעטראגן אין שאול, דאס איז דאך סיי ווי אינשורד ביי די עף די איי סי, אבער מינווייל, קען מען טון דראסטישע שריט, און אלטערנאטיווע ענערגיע קוועלער, און אין הייבריד און סאלער קראפט, אדער נייע אויל גרובער, די אלע אויסגערעכנטע זאכן, וואלט ווען קיינמאל נישט פאסירט אין א רויטן דאנערשטאג, ווען נישט די שווערע צייטן היינט.

ראנעלד-רעיגן » Wed Jul 30, 2008 3:32 pm

· #162
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
עס קוקט אויס מער ווי א קאנספיראציע טעאריע, אבער נעווער נאו.

עס איז דא א ענליכע טעאריע איבער דעם שוואכן דאלר, אז די רעגירונג וויל אז די דולר זאל טראסקענען, כדי מען זאל אויפהערן צו טראגען ביזנעסער קיין טשיינע, פיליפינען וכדו'.

וואזשנער » Wed Jul 30, 2008 3:58 pm

· #168
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
רעיגען
אזוי ווי דו זאגסט ס'קוקט אויס ווי א קאנספירעסי, אבער מ'קען זאגן אז ווייל ס'שוין סיי ווי אזוי ווי ס'איז יעצט, קענען זיי שוין באשטיין, עט ליעסט די רעכטע זיכער. יעצט איז זייער בעסטע צייט צו מאכן א קעיס אין עלעסקע.

ראנעלד-רעיגן » Sun Aug 03, 2008 12:28 pm

· #381
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
יעצט האלט מען שוין אז ס'האט צוריק אנגעפאנגן ארויף צו גיין, פאריגע וואך איז א פעסל ארויף מיט בערך 7 דאלער פון 121 צו 128.

וואזשנער » Sun Aug 03, 2008 6:54 pm

· #427
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אפשר איז עס וועגן דאס וואס דו שרייבט וועגן די דעמקראטן ווילן נישט לאזן גרובן.

ר' יעקל » Mon Aug 04, 2008 5:40 pm

· #591
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
לאמיר האפען אז וועט נישט ארויף גיין ווייל איך האב נישט אזוי פיל געלט פאר געז עס איז א הימל געשריי

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 04, 2008 5:54 pm

· #594
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
פארוואס טוסטו נישט פונקט אזויווי אונזער - געטרייער מעיאר מר. בלומבערג יר"ק (ירום קרנו), וואס וויל צולייגן נאך טעקס צום גאזאלין - און ניץ פאבליק טראנספארטאציע?(פארשטייט זיך נאר ווען יעדער זעט).

וואזשנער » Mon Aug 04, 2008 6:06 pm

· #599
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
ר' יעקל איי עם אלל די וועי ווי יו!!

מען קען מער נישט. הערטס אויף דארטן. וויפיל איז די שיעור פון ארויפגיין מיט געז??????

רעיגען.
ווייל פובליק טראנספארטאציע נוצט אויך גאז, ער וויל נישט שטיצן איינער וואס קויפט טייערע געז.

איזאק » Tue Aug 05, 2008 10:25 am

· #695
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
יעצט האלט עס בערך ביי $119 א פעסל, לאמיר האפן אויף נפול תפול אלל דע וועי !!

ראנעלד-רעיגן » Wed Aug 13, 2008 3:58 pm

· #1130
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
א היינטיגער באריכט,

היי יאר חודש JONE, האבן אמעריקאנע בירגער געדרייווט מיט 12.2 ביליאן מייל ווייניגער ווי פאראיאר אין JONE, צוליב די הויעכע געז פרייזן.

ראנעלד-רעיגן » Thu Aug 21, 2008 10:45 am

· #1489
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אויל איז היינט געשטיגן מיט פיר דולר אלץ זארג איבער רוסלאנד.

ראנעלד-רעיגן » Thu Aug 21, 2008 11:39 am

· #1496
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אידן זייטס מתפלל עס הערט נישט אויף שטייגן, עס איז שוין געשטיגן מיט נאך צוויי דולר, א קימא לן פון זעקס דולר אונעם היינטיגן טאג.

שעפעלע » Thu Aug 21, 2008 11:49 am

· #1498
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
איך קען נישט גלייבן די ווילסט מיר זאגן אז ביי די געז סטעישן צאלט מען יעצט 6 דאלער פער גאלאן?

ראנעלד-רעיגן » Thu Aug 21, 2008 11:57 am

· #1499
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
ח"ו! רח"ל ווען מיר האלט מיר שוין דארט.

די פרייזן לויפן אויף א גאנצען פעסל, און היינט איז דער פאס גרעבער געווארן מיט זעקס דולר.

שעפעלע » Thu Aug 21, 2008 12:00 pm

· #1501
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אה אקעי ניחמתני בני ניחמתני

איזאק » Thu Aug 21, 2008 12:19 pm

· #1504
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
איינער קען מיר ווייזן א פיקטשער וויזוי דער טרויעריג בארימטער פעסל זעט אויס ?...

ראנעלד-רעיגן » Thu Aug 21, 2008 12:25 pm

· #1507
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אז אונזער קאנגרעס וועט מסכים זיין צו גראבן דא אין אונזער שכינות וועל איך דיך נעמען אויף א טריפ קיין אלאסקע ווייזן א פעסל, דעמאלטס וועט עס שוין האפענטליך נישט זיין אזוי טרויעריג.

ראנעלד-רעיגן » Tue Sep 02, 2008 9:38 am

· #1829
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
עס הערט נישט אויף צי טראסקען די אויל פרייזן, היינט האלט עס שוין ביי אינטער 106 א פעסל, דאס איז מיט בערך 10 דולר ווייניגער ווי פאריגע וואך פרייטאג.

די טראסק קומט אין רעזולטאט פון גוסטאוו וואס מען האט זיך גערישט אז ער וועט מאכן גרויסע שאדן, און היות די שאדן איז נישט געווען ווי געראכטן האט מען יעצט אויסגעדרייט די בליקן צו די שוואכע עקאנאמיע און א דאנק דעם האט עס געטראסקט, און ווי עס קוקט אויס וועט עס ווייטער אזוי אנגיין.

פויער » Tue Sep 02, 2008 10:55 am

· #1830
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
איראן האט היינט געזאגט ביי א מיטינג פון אפעק לענדער אין ווין אז מען דארף אנפאנגעם צו פראדוצירן ווייניגער אויל ווייל עס גייט שוין צופיל אראפ און 100$ א פעסל איז א מינימום

ראנעלד-רעיגן » Tue Sep 02, 2008 11:32 am

· #1832
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אנטעסימיטן וואס זיי זענען!

שעפעלע » Tue Sep 02, 2008 2:05 pm

· #1836
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אנטי-אמעריקא-סיטן וואס זיי זענען

ראנעלד-רעיגן » Tue Sep 09, 2008 9:55 am

· #1969
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אויל האט היינט ווייטער געטראסקט און עס האלט שוין איצט גאר נאנט צי הינדערט דאלר א פעסל, 101.57 א פעסל, עס איז שווער צי גלייבן אז עס וועט צי לאנג אנהאלטן אויף דעם שטאפל אבער לאמיר האפן אז יא.

אויבער חכם » Fri Sep 12, 2008 1:32 pm

· #2073
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
כ'ווייס נישט אויב עיס איז א טובה אז די אויל גייט אראפ
עס וועט נאר דויערען לענגער פאר די אלטערנאטיווען זיך צי אנטוויקלען
אין מען זאל קענען פטור ווערען פין די אויל גנבים

פויער » Sun Sep 14, 2008 4:41 am

· #2088
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
אפעק האט באשלאסן צו שניידן 500,000 פעסלעך פונעם טעגליכן פראדוקציע

ווייל דו פרייזן גייען שוין צופיל אראפ

ימח שמם...

ראנעלד-רעיגן » Mon Sep 15, 2008 8:57 am

· #2106
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
ביזדערווייל גייט ווייטער אן דער אויל טראסק, עס האט שוין היינט דערגרייכט צי אינטער 96 דולר א פעסל, אלעס א דאנק דעם וואס האריקען אייק האט נישט אנגעמאכט צופיל צרות, ווי אויך א דאנק די עקאנאמישע צאמבראך וואס גייט ווייטער און ווייטער ספעציעל מיט די בענקראפסי פון לעמאן ברידער.

באלד גייט מען שוין טיילן אויל פאר פרי...........

איזאק » Mon Oct 27, 2008 12:21 pm

· #2230
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
געצאלט היינט 2.56 אין נוי דזשורזי.

איש יהודי » Tue Oct 28, 2008 10:18 pm

· #2234
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
איינער מיר געזאגט אז ער האט געצאלט אין ניו דזשערזי 2.39

איזאק » Wed Oct 29, 2008 1:44 pm

· #2241
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
קען זיין, מסתמא ביי א פארשטיפטע געז סטעשאן, מיט נישט קיין באקאנטע קאמפעני נאמען.
היינט האב איך געצאלט 2.45

איזאק » Thu Oct 30, 2008 11:29 am

· #2264
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
2.41 today

היימיש » Mon Nov 03, 2008 2:16 pm

· #2317
Re: גאז פרייזען הייבען אן אראפ גיין !, פארואס ?
געצאלט היינט 2.31