"גריסן אשכול"
א גוטע לעכטיגע וואך
פאר אלע חברי הווינקעל
אין פאר אלע יודען
Re: "גריסן אשכול"
גוט וואך... וואס די לעטעסט?
א געשמאקער ווינטל האט מיר נארוואס אראפ געשאקלט די אש פונעם ציגאר, אוואס איז די פראבלעם?
נאך א פעטשל אין גלות אדום, הע?
Re: "גריסן אשכול"
וואס הייסט נאך א פעטשעל
וואספארא פעטשעל
Re: "גריסן אשכול"
ס'האטעך פארט אראפגעטראפט די אש אין כחול הים אראפ, איז דאס נישט א פעטשל אינעם טונקעלן גלות?
Re: "גריסן אשכול"
זאל מען שוין אינגאנצען פטור ווערען פינעם גלות
Re: "גריסן אשכול"
אוי ביזטו גערעכט, העמער שוין נישט מוזן זיך שרייבן איינעם ס'אנדערן מיט גריסען אטע דאע, הע?
Re: "גריסן אשכול"
ווי גייט מען זיך גריסען דאן ?
Re: "גריסן אשכול"
א גוטן אווענט טייער מיטגלידער.
היינט געווען אין געשעפט קויפן עפעס צום פארבייסן, שטייט דארט א איד אין סערווירט דעם ציבור, נישט קיין היינטיגער, שרייט ער דארט צום אנדערן ארבייטער, זאג נאר ווי איז דא אייער צוויבל אן צוויבל?, אייער צוויבל אנע צוויבל? יא יא! פרעגטס דעם אלטן דור ווען "עגסעלעט" האט נאך נישט עקזיסטירט, אין שבת פלעגט מען אריין לייגן אביסל אייער אין די צוויבל, נישט עגסעלעט מיט א קליין שטיקל צוויבל אין די זייט, ביי דיע אידן איז אייער מיט מיינעיז געבליבן אלץ אייער צוויבל אנע צוויבל.
Re: "גריסן אשכול"
א גוטן נאכמיטאג טייערע פריינט.
Re: "גריסן אשכול"
א גוט יאר שלום עליכם אלע מיינע טייערע פריינד
וואס הערט זיך עפעס גוטס?
Re: "גריסן אשכול"
אהא א גיט מארגען אלע חשובע חברים
Re: "גריסן אשכול"
א גוט מארגען הרב דארפסמאן, אויף דיין פנים איז ניכר אז די היינטיגע פרישטאג איז געווען עפעס א געוואלדיג'ס.
Re: "גריסן אשכול"
גוט מארגן אייך אלע חשוב'ע ווינקל קוועטשערס
Re: "גריסן אשכול"
א גיט מארגען
אן קיין זארגען
זעי נאר אז די פרישטיג זאל נישט זיין פארדארבען
Re: "גריסן אשכול"
גוט יאר אלע יודן
זייטס צופרידן
העי גיי אריין אין גראמען אשכול
Re: "גריסן אשכול"
שוין כמעט צווי וואכען וואס דער עולם גריסט נישט
א גיטן טאג אלע ידידים
Re: "גריסן אשכול"
א גוטן טאג ר' דארפי,
שוין לאנג נישט געהערט פון דיר......................
וואס מאכט עפעס א איד אזוי? וויזוי איז געווען דיין נסיעה???
Re: "גריסן אשכול"
גוט מארגען, ענדליך אויף געשטאנען.
Re: "גריסן אשכול"
אז קיינער גריסט נישט צוריק גריסט מען פאר זיך, גוט מארגען.
Re: "גריסן אשכול" Today at 12:31 pm
Re: "גריסן אשכול" Today at 4:53 pm
Re: "גריסן אשכול"
א גוט יאר פאר יעדן איינעם, איינער הערט ? העלאו ?
Re: "גריסן אשכול"
אמן, זאלסט האבן אלעס וואס דו דארפסט.