היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און באריכטן » על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...

על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #203

פויער » Wed Sep 17, 2008 7:59 am

· #2121
על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
א טעראר אקט איז אויסגעפירט געווארן אויף די אמעריקאנער קאנסולאט (עמבעסי) אין תימן'ס הויפט שטאט, די תימן'ע רעגירונג זאגט אז על קאידא איז שולדיג

פרטים וועלן נאכפאלגן

פויער » Wed Sep 17, 2008 8:02 am

· #2122
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
10 תימנ'ע פאליציי לייט און אסאך ציווילע זענען אומקגעקומען אדער פארוואונדעט געווארן אין די אטאק

קיינער פון די אמעריקאנער איינגעשטעלטע זענען נישט געשעדיגט געווארן אין די אטאק

עס איז געווען צוויי קאר באמבעס איין זעלבסמערדער וועסטל באמבע און נאך אפאר סנייפערס וואס האבן געשאסן פאר 15 מינוט נאכן אטאק

מער וועט נאכפאלגן

פויער » Wed Sep 17, 2008 8:05 am

· #2123
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
די ערשטע קאר האט זיך אויפגעריסן און געעפנט די ערשטע סעקיוריטי טויער לעבן די גאס און די צווייטע האט זיך אויפגעריסן לעבן די צווייטע אינדעווייניגסטע סעקיוריטי טויער אבער האט נישט געשעדיגט די טויער

פויער » Wed Sep 17, 2008 8:07 am

· #2124
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
די באזיצער'ס פונעם ערשטען קאר זענען געווען פארשטעלט ווי תמינ'ע פאליציי לייט און קודם האבן זיי פארטוישט פייער מיט די תימנ'ע סעקיוריטי כוחות וואס דארפן באשיצן די אמבאסאדע און נאכדעם האבן זיי זיך אויפגעריסן

פויער » Wed Sep 17, 2008 8:10 am

· #2125
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט ארויפגעגעבן א מעסעדזש צו אלע אמעריקאנער סיטיזענס, בנינים און ביזנעסעס און תימן אז זיי זענען אויסגעשטעלט צו טעראר אקציעס און זיי זאלן זיך זעהן צו שיצן

פויער » Wed Sep 17, 2008 8:12 am

· #2126
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
עס איז שוין געווען א באפעהל אוועקצונעמען פון די אמבאסאדע אלע נישט וויכטיגע אמעריקאנער ארבעטער מיט זייערע משפחות נאך א אטאק און אפריל. אבער מען האט עס מבטל געווען לעצטע חודש

פויער » Wed Sep 17, 2008 8:16 am

· #2127
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
די אמבאסאדע איז לעצטענס דורכגעגאנגן אפאר אטאקס ,אין מארטש האבן דריי ראקעטען געלאנדעט לעבן די אמבאסאדע עס האט נאר פארוואונדעט אפאר סטודענטן פון א דערלעבנדיגע שולע און אפאר תימנ'ע סעקיוריטי פערסאנעל, און נעקסטן חודש און אפריל האבן נאך צוויי ראקעטען געלאנדעט אבער קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, די תימנ'ע רעגירונג מיטשעט זיך מיט די על קאידא עקסטרעמיסטן וואס געפונען זיך אין לאנד וואס האבן א פרייע פעלד אין די קלענערע שטעטלעך

אפדעיטס וועלן נאכפאלגן

פויער » Wed Sep 17, 2008 8:28 am

· #2128
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
אין די אנדערע נייעס מקורות ווערט יעצט באריכטעט אז א גרופ וואס רופט זיך איסלאמישע דזשיהאד פון תימן האט גענומען פאראנטווארליכקייט זיי ווילן אז מען זאל באפרייען זייערע חברים פון תפיסה

היימיש » Wed Sep 17, 2008 9:46 am

· #2129
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
שכוח פויער פאר די באריכטן

איש יהודי » Wed Sep 17, 2008 11:55 am

· #2130
Re: על קאידא לאזט זיך נאכאמאל הערן...
שכוח פויער