"שבת'דיגע מאכלים" אשכול
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #199
"שבת'דיגע מאכלים" אשכול
אלעס איבער שבת'דיגע מאכלים
רעסעפיס
מנהגים
וואס איר האט ליב
וכו'
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
איך גלייך ירושלימער לאקשען קוגעל
אה מחי'
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
נו אמרעדט שוין פון שבת שמעקט מיר שוין די טשולענט אין אויער אריין....................לאקשן, פון וועלכע לאקשען קוגל רעדסטו פון די אמעריקאנע ירושלים'ער אדער פון די ירושלים'ער ירושלים'ער?
איך זיך שוין לאנג א גוטע רעסעפי פאר חריף, ווער עס ווייסט ביטע העלפטס ארויס א צובראכענע נשמה זאל קענען שפירן אן עונג שבת.
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
נעם גוטע טעמעיטעס אין צימאל עס
מיט אביסעל פרישע קנאבעל אין ספייסעס טו טעיסט
אפשער אביסעל אויל
אין נעם אראפ אין לייג צי ספייסעס לויט דיין געשמאק
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
ראני, אויב ווילסטו אמאל קומען צו מיר אויף א שבת, וויל איך דיר זאגען פון פרונויס ביי מיר איז נישט דא צום געפונען קיין חריף.
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
היימיש נעווער עווער קום איך צי דיר אויף שבת!
האסט נישט קיין חריף? אוי וויי! ווען וועסטו שוין זוכה זיין צי אן עונג שבת???
האב איך אמאל מיטגעהאלטן ווי א א"י איד דרייט זיך ארום פרייטוג צונאכטס און זיכט א אכסניא, מיינס א קרוב האט אים געלאדענט פרעגט ער איר האט חריף מיט טחינה? זאגט ער אים איך האב פון אלס גוטס, נא נא נא! איר האט חריף אדער ניין? א נישט קום איך נישט, למעשה איז ער טאקע נישט געקומען און געגאנגן זיכן א צווייטן, אויב ער האט געטראפן א צווייטן ווייסיך נישט, אבער אן קיין חריף גייט ער נישט..........
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
נעווער מיינד חריף
אבער צי די פיש דארף מען מיינעיז
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
מיינעיז גייט ביי מיר מיט טונא, מיט פיש ? ניטאמאל קען איך טראכטן דערפון.
חריף איז גוט, דער פראבלעם איז אז מעסט זיך אן דערמיט, און ווען עס קומט צו די פיש, זיפ, פלייש, איז מען
אנגעשטאפט ביז אויבן אז מקען שוין נישט עסן די עיקר מאכלי השבת, מאכט מען פונעם עיקר א טפל און פארקערט.
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
זייט ווען האט זיך אנגעהויבען די אייס קרים אנשטאט קאמפאט
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
זייט עס איז עס צוגעקומען חריף וכל מיני דיפס
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
איזאק כתב:מיינעיז גייט ביי מיר מיט טונא, מיט פיש ? ניטאמאל קען איך טראכטן דערפון.
חריף איז גוט, דער פראבלעם איז אז מעסט זיך אן דערמיט, און ווען עס קומט צו די פיש, זיפ, פלייש, איז מען
אנגעשטאפט ביז אויבן אז מקען שוין נישט עסן די עיקר מאכלי השבת, מאכט מען פונעם עיקר א טפל און פארקערט.
איז דא אן עצה מען עסט קודם די פיש, זיפ, פלייש, און נאכדעם די חריף..........
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
יא אבער וויפעל חריף פיט שוין אריין דעמאלץ ?
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
ווער זאגט עס פיט נישט האסט שוין פראבירט אמאל דאס צו טון???
ווי זאגן נאר די חז"ל (עירובין פב ע"ב) רווחא לבסימא שכיח.
Re: "שבת'דיגע מאכלים" אשכול
וואס טייטש בסימא