היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » יושבי בית המדרש-דקדוק ולשון » איז dowsing כישוף ?

איז dowsing כישוף ?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #197

איש יהודי » Tue Sep 09, 2008 4:32 pm

· #1999
איז dowsing כישוף ?
בס"ד

dowsing וואס אסאך ניצען עס צי העלפען טרעפען ווי עס איז דא א קוואל אין די ערד
אין ס'דא וואס ניצען עס אויף אסאך אנדערע זאכען
מיין פראגע איז צי עס האט א שייכות מיט כישוף אדער נישט ?
די שאלה איז וואס איז כישוף ?
אין וואס איז dowsing ?
אין צי עס האט א שייכות ?

ראנעלד-רעיגן » Tue Sep 09, 2008 4:47 pm

· #2001
Re: איז dowsing כישוף ?
איך קען מיך נישט פונקטלעך אויס וויאזוי דאס ארבייט, אבער אויף וויפול איך ווייס ביז איצט איז עס סך הכל א טבע וואס דער אייבישטער האט אריין געלייגט אין די בריאה.

בכללות זענען דא אסאך זאכן וואס מענטשען טענה'ן אז דאס איז כישוף און דאס נעמט זיך פון א טעות, מענטשען מיינען אז יעדע זאך וואס איז אנדערש און טוט אינטערעסאנטע זאכן וואס פאר אונזער פשוטע אויגן האט עס נישט קיין פשט זאגט מען אז עס איז כישוף, אבער באמת איז דא צענדליגער-הינדערטער פארשידענע כוחות וואס דער בוכ"ע האט אריין געלייגט אין די בריאה און איינס דערפון איז כישוף און כישוף האט די תוה"ק ג'אסר'ט, אבער דוקא כישוף און נישט יעדע זאך וואס קוקט אויס עפעס העכער ווי אונזערע באגריפן, לפי דעתם פון די מענטשען וואלט מען געקענט זאגן אז עלעקטאריק איז כישוף, פארוואס ווייל עס איז זייער מאדנע עפעס א באהאלטענע כוח וואס ליגט אין אייזן, נאר וואזשע דען עלעקטאריק איז עלעקטאריק, כישוף איז כישוף, דאזינג איז דאזינג וכו'.

איש יהודי » Tue Sep 09, 2008 5:13 pm

· #2002
Re: איז dowsing כישוף ?
דאס איז טאקע די שאלה וואס איז כישוף ?

ראנעלד-רעיגן » Tue Sep 09, 2008 5:20 pm

· #2003
Re: איז dowsing כישוף ?
די רמב"ם שרייבט אז כישוף איז אז מ'באשווערט די מלאך פון א חפץ (ווי באוויסט איז דא א מלאך ממונה אויף א יעדע חפץ) אז ער זאל מאכן די זאך פאר עפעס אנדערש.

איש יהודי » Tue Sep 09, 2008 5:51 pm

· #2005
Re: איז dowsing כישוף ?
מען דארף וויסען וואס עס מיינט
אוב אין ידעוני אין די אלע מינים וואס די תורה האט געאסערט
עס איז נישט אזוי פשוט קוק אריין אין די מפרשים דארט
מען זיין זיכער הונדערט פראצענט אז האט גארנישט קיין שייכות מיט איסורי התורה , מען דארף גוט קענען אלע פאקטען אין וויסען וואס אלעס מיינט

פרישע ברויט » Wed Sep 10, 2008 11:58 am

· #2014
Re: איז dowsing כישוף ?
וואס פינלעך איז דאס dowsing
וואס טוט מען?

פויער » Wed Sep 10, 2008 6:20 pm

· #2021
Re: איז dowsing כישוף ?
מ'שאקלט עפעס א שטריק אין מען ווערט געוואר אסאך זאכן...

אויבער חכם » Fri Sep 12, 2008 1:33 pm

· #2074
Re: איז dowsing כישוף ?
נו ווער עס ווייסט עפעס מער פין דעם
זאל זיך אנריפען