היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און באריכטן » הכשר אויף טעיפס און זינגערס

הכשר אויף טעיפס און זינגערס

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #185

ראנעלד-רעיגן » Tue Sep 02, 2008 9:24 pm

· #1854
הכשר אויף טעיפס און זינגערס
פרישע חיזוק פאר די ערליכע געמיינדעס איבער די וועלט.

און די לעצטערער יארן זענען ליידער זייער שטארק אריין געכאפט געווארן צווישן דעם היימישן עולם אלע סארט זינגערס און ניגונים, הרב ר' אפרים לאפט פון בני ברק זאגט גענוג איז גענוג! פון היינט און ווייטער גייט יעדע טעיפ דארפן האבן א הכשר און ווער עס וועט זינגן ניגונים וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע רעגולאציעס וועט נישט באקומען קיין הכשר, ווי אויך וועט אזא זינגער נישט קענען זינגן אין קיין זאל וואס האט אויף זיך א היימישע הכשר,די פונקטליכע פרטים וואס עס גייט אריין אין דעם כלל איז נאך נישט געמאלדן געווארן, עס דארף ארויס צוקומען אין די קומענדיגע טעג.

שעפעלע » Tue Sep 02, 2008 10:31 pm

· #1855
Re: הכשר אויף טעיפס און זינגערס
הלוואי זאל זיך עס אויסארבעטן אבער ווי פארשטענדליך איז דאס א שווערע זאך אויסצופירן

איזאק » Wed Sep 03, 2008 3:03 pm

· #1859
Re: הכשר אויף טעיפס און זינגערס
אה, כאב שוין געמיינט אז די הכשר וועט זיין צו דער זינגער איז בכלל א זינגער וואס זיין קול מעג ארויסגיין לאויר העולם...
עס קומען ארויס זינגערס יעדן מאנטאג וואס זייערע שטימעס איז ערגער ווי די סאונד פון א דזשילעט אויף א בלעק-באורד.

ראנעלד-רעיגן » Wed Sep 03, 2008 3:24 pm

· #1860
Re: הכשר אויף טעיפס און זינגערס
קוקט אויס אויף דעם דארף מען נישט קיין הכשר, ווער ס'טויג נישט בלייסט אין געשעפט, משא"כ ליידע ביי אנדערע זאכן קוקט מען נישט אויב ער טויג צי נישט.