היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » נייעס און באריכטן » טשיקאווע נייעס און עפיזאדן

טשיקאווע נייעס און עפיזאדן

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #183

ראנעלד-רעיגן » Tue Sep 02, 2008 9:14 am

· #1828
טשיקאווע נייעס און עפיזאדן
לויפט פעלדער פון וואדבורן פאר סענאט?

פעלדער פון וואדבורן א מענעזשער פון א ריסייקלינג קאמפאני באקומט כסדר טעלעפאנען פון איר חברים איבער די נייעס אז זי לויפט פאר סענאט, די טעות שטאמט פון דעם וואס שמחה פעלדער פון בארא פארק האט ארויס געהאנגן קאמפיין ליפלעטן איבער גאנץ סאליוון קאנטי איבער זיינס א קאמפיין פאר א סטעיט סענאט זיץ אין ברוקלין, אבער די איינוואוינער פון וואדבורן ווייסן נאר פון איין פעלדער און זיי מיינען אז זי לויפט פאר סענאט.........

שעפעלע » Tue Sep 02, 2008 2:06 pm

· #1837
Re: טשיקאווע נייעס און עפיזאדן
בראווא ראנעלד פארן אויפמאכן די אשכול, פאר דעם אליין וועל איך מעגליך וואוטן פאר פעלדער (נישט פון וואדבורן)

ראנעלד-רעיגן » Tue Sep 02, 2008 3:13 pm

· #1842
Re: טשיקאווע נייעס און עפיזאדן
הער אויס שעפעלע פאר וועם דו גייסט וואוטן אין בארא פארק נו מילא ווינקל וועט קיין פאנדונג פון אים נישט באקומען, אבער דער עיקר זאלסטו וואוטן פאר דעם אשכול און אונז מהנה זיין פון צייט צי צייט מיט א זאפטיגס.

שעפעלע » Tue Sep 02, 2008 10:34 pm

· #1856
Re: טשיקאווע נייעס און עפיזאדן
איי וויל טריי מיי בעסט בעלענעדער (אני יושב עכשיו בתענית דיבור על כן איני מדבר רק ענגליש או לשון קודש)