היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » איך בין צושמארבערט..............

איך בין צושמארבערט..............

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #161

ראנעלד-רעיגן » Fri Aug 22, 2008 1:40 pm

· #1534
איך בין צושמארבערט..............
רבותי איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, אבער איך בין היינט אינגנצען צושמארבערט, די מאגן ברענט און דרייט זיך, די אלטע סאלאמי סענדוויטש פון אלץ אינגל איז מיר פונקט יעצט ארויף געקומען, דו ריקן בורזשעט, די קאפ פליט, גרינע עפעלעך דרייען זיך פארענט פון מיינע אויגן, מיין הויזן האט זיך מיר צוריסן, מיין היט שמאציג געווארן פון צוגארעטל אש, די צוגארעטלעך אליינס זענען נישט עפעס אזוי איי איי איי........... די היץ לויפט מיך נאך, און די קעלט האט מיר אנגעכאפט ווי א פויגל אין שניי, איך ברויך עמערזשענסי הילף......................

זרח...........עני יוניט עוויליביל.................סימיר א יום המעונן.....................

בני היכלא » Fri Aug 22, 2008 1:53 pm

· #1538
Re: איך בין צושמארבערט..............
צושמארבערט ביסטו?

איך זאג דיר אז נישט צושמארבערט ביסטו, נאר צושמאקעוועט און צושמענטעלעוועט..............

די רוקן בורזשעט נישט, ס'בורדראנאפאלצעט אוועק.........

דיין היט איז נישט שמאציג.. ס'איז שמאציאראניש.........

איי זרח קום ראטעווע.....

ראנעלד-רעיגן » Fri Aug 22, 2008 2:03 pm

· #1539
Re: איך בין צושמארבערט..............
אוי וויי, וויי איז מיר....................

כאלי האט מיר דא אינגאנצען פיסיכלאגירט............ער האט מיר באטיטולט מיין צושמארבעריי מיט אלע ערליי נעמען און דיסארדערס................

זרח נעם קער פון אים ער איז שוין אויך א פארכאפטער..........

בני היכלא » Fri Aug 22, 2008 2:08 pm

· #1540
Re: איך בין צושמארבערט..............
חא חא חא

וווייי וווייי ער איז אינגאנצן פארכאפט געווארן לא עלינו פון יענע חברה, ער איז געווארן א גאנצער מפסכלג.... השם ישמרני...

ראנעלד-רעיגן » Fri Aug 22, 2008 2:23 pm

· #1541
Re: איך בין צושמארבערט..............
ווינקל ווינקל!

צו מיין שטימע הער זיך צו,

געלויבט דער פון אויבן אז דער צושמארבעריי איז פאריבער,

ווינקל ווינקל!

נאר דו ביסט מיר געשטאנען צו מיין רעכטע האנט,

נאר דו ביסט גרייט געווען אויסצוהערן מיינע ווייען,

ווינקל ווינקל!

לאנג לעבן זאלסטו לאורך ימים ושנים טובים.

אוי ב"ה סיז פאראיבער, סינאר געווען א שעה המעונן נישט קיין יום...........

בני היכלא » Fri Aug 22, 2008 2:31 pm

· #1543
Re: איך בין צושמארבערט..............
נאך א רינגעלע אינעם גאלדענעם קייט, פון די פילע לייסטונגען וואס די ווינקל האט שוין געלייסטעט און געלייזט פארן ציבור.

אשריך ר' ווינקל כמותך ירבו.

וואו עס וואונטשן אלע ידידי בית ראני.

זארעכפעפער » Fri Aug 22, 2008 3:13 pm

· #1548
Re: איך בין צושמארבערט..............
צו ראנאלד-רעיגן,

אייער פראבלעם ווערט טיטולירט אונטערן נאמען פון צעשמאטאצמעראציע דיסארדער. דאס איז א דיסארדער וואס מאכט זיך אפט ביי פארהייראטע מענער צווישן 20/120 יאר. לויט א סטאטיסטיק געפונט זיך דאס אפ ביי א 60% מענער קעגן א 40% ביי פרויען. די סיבות דערפאר, צייגן זיי אן, איז צוליב דעם פרעשור וועלכער איז ארויפגעלייגט געווארן אויפן מאנס פערזאן. אין תורה'דיגן גייסט ווערט דאס באצייכנט אלס 'בזיעת אפיך תאכל לחם'.

די שווייס פון די אפיים פארמאגן אין זיך באשטאנדטיילן פון כעמיסטישע באצילן, אונטערן נאמען PARNASA (פרנסה בלע"ז), וואס מער ווייניגער זענען רוב מענער אנגעשטעקט דערמיט. ווי ביי יעדע באציל, איז ביי דעם גארנישט אנדערשט. עס זענען פאראן די גוטע באצילן און די שלעכטע באצילן, וועלכע פירן א שטענדיגע מלחמה צווישן דעם מענטשנס אפיים.

עס ווערט אנגעוויזן, אז צווישן די זעכציג פראצענט מענער וועלכע ליידן דערפון קומט דאס מחמת דער עמיונט סיסטעם איז ביי זיי זייער אין א נידעריגן שטאנדפונקט. דאס שווערעקייט פונעם 'תאכל לחם', וועלכע הויערט אויף די אפי האנשים, עסן ארויס פונעם קערפער דעם עמיונט סיסטעם און דעריבער זענען די מענטשן מער אויסגעשטאט אויף אזעלכע מצבים. זיי קענען זיך פשוט נישט באהערשן בייצוקומען די שווערע צושטאנדן וואס באפאלט זיי.

עס זענען פאראן פארשידענע עצות און וויטאמינען אויפצובויען דעם עמיונט סיסטעם און צו פארשטערקערן די כוחות פון די גוטע באצילן, און ווען דער מצב באפאלט דעם קערפער פארמאגן די גוטע באצילן גענוג קראפט און זיך דורכצושטופן דעם מצב. דער עמיונט סיסטעם פארטרייבט דעמאלט פשוט די שלעכטע באצילן.

די ווייטאמינען איז דא צו קריגן אין יעדן שולע. עס זענען פאראן ספעצילע שאפעס, עקסטער פאר בבלי און עקסעטר פאר ירושלמי. ווי אויך עקסטערע פאליצעס פאר מאראל NUSER – ELUL און באזונדער פאר קבלה.

בהצלחה

בני היכלא » Fri Aug 22, 2008 3:20 pm

· #1550
Re: איך בין צושמארבערט..............
זארעך איך קוילער מיך דא אויף דער ערד, מיינע אלע בגדים זענען שוין פארצעשמאטאצמעראצטירט מיט די נעגאטיווע באצילן פון די דעסארדער, איך מוז דיר זאגן זרח, שוין יארן נישט אזוי געלאכט, דאס איז נישט סתם עפעס א וויצל ארויס פון זרח'ס ארבל ארויס, דאס איז ליצנותא דע"ז אויפן העכסטן פארנעם וואס מעגליך...........

נעם דיר א טוץ פון אזוינע חית'ן.

בני היכלא » Fri Aug 22, 2008 3:31 pm

· #1551
Re: איך בין צושמארבערט..............
שוין ווידער גייט ער שרייבן, האסטאך אקארשט געשריבן, וואסי ווייטער??.?


איך קען נישט אויפהערן לאכן....

איך קען נישט אויפהערן שטוינען....

אויב איז דא א ווארט וואס איז אמת'ער פון אמת, וואלט איך עס געקענט באשטיין צו בארגן פון איינעם פאר אפאר מינוט, צו קענען באצייכענען ווי ..... [די ווארט וואס פעלט זיך אויס יעצט], דאס איז.


איך מוז דא בקיצור נמרץ איבערגיין די נקודות בקצרה, וואס איז קריטיש וויכטיג פאר יעדע פארהייראטע מאנסביל.
די דיסארדער. פארהייראטע מענער צווישן 20-120 וואס זענען עוסק אין אפיים.
די באצילן. די שווייס פון אפיים. גוטע און נישט גוטע.
די סיפטאמען.מ'ווערט צעשמאטאצמעראצירט
די אורזאכן. שוואכע אימיון סיסטעם.
די ראט. שטארקן די סיסטעם דורך וויטאמינען וואס געפינען זיך אויף די פאליצעס פון שולע'ס

זארעכפעפער » Fri Aug 22, 2008 3:40 pm

· #1553
Re: איך בין צושמארבערט..............
שטייט פראפעסער פעפער און ווינדערט זיך...

אויב זענט איר יא אזא מבין, טא ווי קאן געמאלט זיין אז דער הויכבאשפריצטער פראפעסער פעפער זעלבסט ווערט כסדר געכאפט אינעם מעוננ'דיגן דיסארדער?

עס איז פאראן א טעאריע אז די דאקטוירים וועלכע פובליצירן אין מאסן און גיבן זיך אפ מיט שרייבן ארטיקלן און אויפקלערונגען איבער די שעדליכקייט פון רויכערן, ווערט דאס געטוהן נעבן א זילבערנעם אנטעליגאנטן אש טרעי, בעת ווען דער עשן הקטורת פונעם ריח הציגראטל טוט ממלא זיין 'כענן' דעם פני הפערפאסער.

געווענדליך קומט דאס באגלייט מיט א וואלקן אויסבראך פונעם פה ואף הכותב...

בני היכלא » Fri Aug 22, 2008 3:53 pm

· #1556
Re: איך בין צושמארבערט..............
אולי קען מען מחלק זיין צווישן מעונן, און שמאבער.

מעונן, איז דאך נישט א תוצאה פון זיעת אפים. אדער מיט אימיון סיסטעם.

מעונן איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה. ס'איז מן השמים.

ראנעלד-רעיגן » Fri Aug 22, 2008 5:02 pm

· #1560
Re: איך בין צושמארבערט..............
דער מייזל קען זיך מיר נאך נישט גראד שטעלן פון וואס דער פראפעסער האט אונז דא אנגעשמאלצען, באפעפערט מיט דעם פונקליכען טשארט פון כאלא.

ווי פארשער געבן איבער וועט דער גלעכטער זיך נאך אריבער קייקלן אונעם מארגעדיגן טאג, וועט כאטש ראני האבן א צעשמאטאצמעראציע'ן שבת מלא שמחה, אלעס א דאנק דעם זרח.

איין זאך זאג נאר, וויפיל יאר האסטו געהארעוועט אויף דעם סטאדי?

האב איך אמאל געהערט פון הרב יואלי לעבאוויטש, אז א שטודיא איז ארויסגעקומען אז א געווענטליכער ארטאדאקסישער איד האט 5.212 קינדער אין זיין לעבן, און די גוים האבן 1.839 + א דאגי ודפח"ח.

איזאק » Wed Oct 29, 2008 2:41 pm

· #2240
Re: איך בין צושמארבערט..............
דאס איז א גוטס פון יואלי.

ראנעלד-רעיגן » Wed Oct 29, 2008 4:57 pm

· #2242
Re: איך בין צושמארבערט..............
איצט בין איך שוין טאקע צושמארבערט, האב איך אפגעשריבן א לאנגס און א ברייטס דא אין ווינקל, און די גאנצע מערכה איז זיך אנטלאפן, וויי פאר מיר.

איש יהודי » Wed Oct 29, 2008 8:13 pm

· #2243
Re: איך בין צושמארבערט..............
דאנט ווארי

ס'איז געוואלדיג

איזאק » Thu Oct 30, 2008 10:15 am

· #2251
Re: איך בין צושמארבערט..............
וויזוי איז עס אנטלאפן ראני ? וואס איז געשען ?

ראנעלד-רעיגן » Thu Oct 30, 2008 11:56 am

· #2254
Re: איך בין צושמארבערט..............
האב איך אים אפגעשריבן און געדריקט סענד, און דאן האט ער פארפירט אז איך בין נישט אריין געסיינט.

היימיש » Thu Oct 30, 2008 12:04 pm

· #2255
Re: איך בין צושמארבערט..............
וועלקאם בעק ראני.

איזאק » Thu Oct 30, 2008 12:28 pm

· #2263
Re: איך בין צושמארבערט..............
איך פיל מיט מיט דיין ווייטאג, זאלסטו האבן אפגעקומען עטליכע עבירות דערמיט.

שמערי בערי » Thu Oct 30, 2008 10:41 pm

· #2282
Re: איך בין צושמארבערט..............
וישמאבער מישמאבערטי