היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » מאנטאג אשכול

מאנטאג אשכול

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #146

עלטער זיידע » Mon Aug 18, 2008 12:05 pm

· #1267
מאנטאג אשכול
און פונעם מאנטאג מאכט מען זיך נישט וויסענדיג ? ער איז עפעס א מאפל קינד ?...
ביטע אלע אלע מעמבערס ווערן געבעטען אריין צושרייבן "היינט" דא עפעס

איזאק » Mon Aug 18, 2008 12:09 pm

· #1268
Re: מאנטאג אשכול
היינט

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 18, 2008 12:16 pm

· #1273
Re: מאנטאג אשכול
מודעה ואזהרה

ע"פ בקשת כ"ק הזיידע דקהלתינו איז יעדע מעמבער פון אונזער קהלה מחיוב,

א) אפצושטאטן א באזיך דא אין דעם אשכול.

ב) איבער לאזן עפעס שריים נאך זיך.

ג) ווייס איך נישט

כו"ח למען השלום והאמת,

הק' ראנעלד רעגן

פה עיר הקרן

איזאק » Mon Aug 18, 2008 12:19 pm

· #1277
Re: מאנטאג אשכול
דער מצב ווערט ערנסט, אן אסיפות כעלעם לכבוד די מאנטאג אישו וועט נאכפאלגן, האלטס ענק גערירט.

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 18, 2008 12:21 pm

· #1281
Re: מאנטאג אשכול
איזאק ווער וועיטינג מיט אנגסט...........

פויער » Mon Aug 18, 2008 12:28 pm

· #1286
Re: מאנטאג אשכול
איך פאלג די תקנות העלטער זיידע נישט ווייל איך האלט אז ער איז גערעכט אבער סתירת זקנים בנין, אין נאר מיט פאלגן אלטע עקפיריענסט לייט וועט זיך הייבן אין בויען אונזער קרן.

א. יא איך בין אריינגעקומען..., ועיין כאן וצע"ג.

ב. נישט סתם שריים נאר מיט א גרויסע ש והמבין יבין ותבוא עליו ברכת כל טוב והאינו מבין אינו יבין.

ג. אז ראני ווייסט נישט ווילט איר אז איך זאל וויסן?!, איך נעם א גרויסע שופר און פייף ענק אלע אן, יא איך ווייס יא איך קען עס אבער נישט מגלה זיין מטעם הכמוס...

אינו כותב ואינו חותם (וויאזוי שרייבט מען ר"ת ווייס איך נישט) למען המחלוקת והשקר

הגדול פויער

שם ארץ הרגל

איזאק » Mon Aug 18, 2008 12:39 pm

· #1288
Re: מאנטאג אשכול
אקעי, המממממממ, עהעהעהם, מיר זענען זיך צוזאם געקומען דא.... זעצט ענק אראפ דארטן... נא!! וואס גייט דיך אן ? אלע בענקלעך דא האבן נאר צוויי פיס... רודער נישט... איך קען נישט צום ווארט קומען....

שוין, עההם, יעדער איז דא ? ראני ביסט משוגע ? דיין נעק-טיי איז אויף דיין רוקן... געוואלד די טעלעוויזיא סטאנציעס זענען דאך דא !!

בקיצור, ווי האב איך געהאלטן ? יא וועגן מאנטאג.... פויער וואס זאגסטו ? סיז דינסטאג ?.... סטא א מבין ? שאאאאאא, אוי, ווער האט אנגעגאסן דעם זיידן מיט סעלצער ??????

איך קען נישט ווייטער, דא מוז ווערן ארדענונג.

פרישע קאווע » Sun Aug 24, 2008 11:07 pm

· #1585
Re: מאנטאג אשכול
די מיטינג איז שוין געווען, אויב נישט ווי קען מען עס מיטהאלטן?