היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » דער גלעזל סעלצער

דער גלעזל סעלצער

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #141

סעלצער » Sun Aug 17, 2008 2:39 am

· #1222
דער גלעזל סעלצער
ווי זאגט יענער, וואס א גלעזל סעלצער קען אויפטאן, קען אפילו הונדערט דאללער נישט איינטוישן.

ווען ישמעאל תחת אחד השיחים זאל ווען האבן א גלעזל סעלצער, וואלטן מיר געהאט א עקסטערן פרשה אין די סדרה לכבוד אים, מיטן מלאך? זעכער אז נישט, אזוי אבער האט ער נישט געהאט סעלצער.

ווען נאך אויב נישט אייביג ווען אומער איז א גלעזל סעלצער אין פלאץ? אייביג.

באקאנט די מעשה מיט יענעם, וואס זיין רבי האט אים געזאגט אז מוסר נאכן דאווענען איז ווי א גלעזל סעלצער נאך די טשאלענט. אין כך הוה פון דעמאלטס אן האט ער אייביג געפאלגט זיין רבין, אין געטרונקען סעלצער נאך די טשאלענט זיינער.

האבן מיר דא אהער געברענגט סעלצער, אז ווען אומער עמיצער וועט ברויכן, איז דא. מען וועט נישט ברויכן זוכן אדער גיין ערגעץ לייען, דא האבן מיר!

אדרבא, קומט אריין אין דעם אשכול, אין פארזוכט א גלעזל סעלצער.

פויער » Sun Aug 17, 2008 7:44 am

· #1225
Re: דער גלעזל סעלצער
יישר כח פאר די סעלצער

אבער עס דארף זיין גוט קאלט אז נישט איז עס גארנישט ווערט...

ראנעלד-רעיגן » Sun Aug 17, 2008 12:26 pm

· #1230
Re: דער גלעזל סעלצער
ביינונז אין קרעטשניף פלעגט מען וויסן, אז א סעלצער מוז זיין באבעל'דיג פון פריזער ארויס, און מ'טרינקט עס אין א גלעזעל וואס קומט אויך פון פריזער.

נו אז שוין יא קרעטשנוף, באקאנט פון די קרעטשניפע רבי דעם ווארט אויף א גענוצטע גלעזעל, פון וואנעט ווייסט מען אז דער גלעזל איז ריין? אז אנאנדערע איד האט געטרינקן אין דעם איז דאך די גרעסטע ראיה אז די גלעזעל איז ריין.

נא אז מר. סעלצער יר"ק האט אונז דא אהער געשטעלט א אשכול פיל מיט סעלצער, איז דאך נישט מער ווי פאסיג און אזא היימיש פלאץ צו טרינקן פון איין גלעזעלע...............אאההההה..........לחיים לחיים אידן...........

מסעלצער לסלצער באותו סעלצער.

בין איך אמאל געווען ביים טיש פון ר' אברהם מלעלוב זצ"ל, האט ער געהייסן אריין ברענגן סעלצער, זאגט ער אזוי: ברענגטס אריין סעלצער, אבער קאלטע!

מעג מען רעדן דא פון לאקשען קוגל? לכאורה יא, ווייל נאך א גוט סלייס לאקשען קוגל קומט א קאלט גלעזעל סעלצער.

ביי ר' אלטר מלעלוב זצ"ל בין איך אמאל געווען, האט מען אריין געברענגט א גרויסען ירושלים'ער לאקשען קוגל, רופט ער זיך אן, אאהההההההה איז דאס א פיינער קוגל, אהאה! גוט געפעפערט, די מאגן האט מיר אנגעהויבן צו נאגן ווארטענדיג אויף די שריים, גלייבטס מיר כאב עס נישט געקענט אין מויל אריין נעמען, אזוי געפעפערט איז עס געווען, קוקט אויס די א"י אידן פארשטייען בעסער צו דעם.

איש יהודי » Sun Aug 17, 2008 10:15 pm

· #1253
Re: דער גלעזל סעלצער
שכוח סעלצער פאר'ן סעלצער

איזאק » Mon Aug 18, 2008 10:15 am

· #1260
Re: דער גלעזל סעלצער
נאר אזוי סעלצער, גיב אונז צו טרינקן ווי עפטער.

עלטער זיידע » Mon Aug 18, 2008 12:00 pm

· #1265
Re: דער גלעזל סעלצער
thank you seltser for your seltser article but next time make sure to bring more seltser because i came late and its nothing left for me

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 18, 2008 12:02 pm

· #1266
Re: דער גלעזל סעלצער
אוי וויי! דער עלטער זיידע האט זיך אויסגלערנט ענגליש.......

איזאק » Mon Aug 18, 2008 12:10 pm

· #1269
Re: דער גלעזל סעלצער
נע ראני, זעט אויס ווען ער איז דארשטיג רעדט ער ענגליש.

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 18, 2008 12:20 pm

· #1279
Re: דער גלעזל סעלצער
חחחחחחח

פויער » Mon Aug 18, 2008 12:22 pm

· #1282
Re: דער גלעזל סעלצער
גוט גוט איזאק

אין אנדערע ווערטער ער וועט טוהן אלעס צו באקומען דעם גלעזל סעלטצער

אויב אזוי מוז מען איהם טאקע געבן

פרישע קאווע » Sun Aug 24, 2008 11:02 pm

· #1583
Re: דער גלעזל סעלצער
מיסטער סעלצער ווא טיט זיך מיט קאלער סאדע קען מען דא אויך באקומען?

ראנעלד-רעיגן » Wed Aug 27, 2008 5:50 pm

· #1751
Re: דער גלעזל סעלצער
סעלצער, דער עולם איז זייער דורשטיג..........וואס ביסטו אזוי אנטלאפן?

איזאק » Thu Aug 28, 2008 12:43 pm

· #1757
Re: דער גלעזל סעלצער
די געז פאר סעלצער איז לעצטענס ארויף, כאב מורא ער טיילט מער נישט.

ראנעלד-רעיגן » Thu Aug 28, 2008 2:53 pm

· #1764
Re: דער גלעזל סעלצער
חחחחח..........

אבער ער טיילט ניטאמאל אויסגעוועפטע..................?