היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » דער מיטוואך אשכול

דער מיטוואך אשכול

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #133

זילבערנע בעכער » Wed Aug 13, 2008 3:07 pm

· #1125
דער מיטוואך אשכול
אן דעם מיטוואך וואלט מען געטראטן איינער אויפן צווייטן.

אן דעם מיטוואך וואלסטו נישט געקענט דערמארדן דעם פליג וואס נערווירט דיך.

אן דעם מיטוואך וואלט מען זיך אויסגעגליטשט ווינטער אויף די שניי, און מאסן מענטשן וואלטן געפלויגן.

אן דעם מיטוואך וואלטן אסטראנאטן נישט געווען.

אן דעם מיטוואך וואלטן מיר נישט געוואוסט ווען סיז פורים.

אן דעם מיטוואך וואלט איך קיינמאל נישט געטראפן מיין סעל פאון וואס איז אראפגעפאלן צווישן די דרייער און וואש מאשין.

אן דעם מיטוואך וואלטן אונזערע מלמדים אפשר געפראסקעט אויפן קאפ אנשטאטס די באקן.

אן דעם מיטוואך וואלט געווען שרעקליכע בושות ביי בואי בשלום.

אן דעם מיטוואך וואלט איך נישט געהאט קיין פאקסי פאפ.

אן דעם מיטוואך וואלט איך אריינגעשניטן אין מיינע הענט שערענדיג די נעגל.

אן דעם מיטוואך וואלט מיין שוויגער נישט געזען מיינע פאקסן (אה, איין גוטע זאך...)
אן דעם מיטוואך..........

יהי מאורות = עס איז ליכטיג ב"ה !!

בני היכלא » Wed Aug 13, 2008 3:30 pm

· #1127
Re: דער מיטוואך אשכול
אן דעם זילבערנעם, וואלט קיין זילבערנע פעדער נישט באשאפן געווארן.

אן דעם זילבערנעם, וואלט קיין זילבערנע פאפיר נישט פאבריצירט געווארן.

אן דעם זילבערנעם, וואלט קיין זילבערנע ארטיקלען נישט געשריבן געווארן.

אן דעם זילבערנעם, וואלט מען קיין זילבערנע טעג נישט געהאט.

אן דעם זילבערנעם, וואלט מען קיין זילבערנע ווינקל נישט געהאט.

אן דעם זילבערנעם, וואלט בני היכלא נישט געהאט וואס צו שרייבן.


על אחת כמה וכמה טובה וכפולה ומכופלת.

אז מ'האמיר זילבערנע פעדער, זילבערנע פאפיר, זילבערנע ארטיקלען, זילבערנע טעג, זילבערנע ווינקלעך, זילבערנע בעכערס, און זילבערנע ליכטיגקייטן, מלא וגדוש בתורה ויראת שמים, בודאי צריכין להודות בכסף מלא, על כל הטוב אשר ברא ה' בששת ימי המעשה, כמבואר בספר הקדוש והיקר, "ימי כסף".

ראנעלד-רעיגן » Wed Aug 13, 2008 3:39 pm

· #1128
Re: דער מיטוואך אשכול
און יעצט.....

מיט דעם מיטוואך טרעט איך אפ שלש פסיעות פאר זילבי מיט זיינע הערליכע מייסטערווערק.

מיט דעם מיטוואך דערמארד איך אלע פליגן וואס טאנצען אויף מיין סקרין ווען איך ליין זילבי'ס פאראגראפן.

מיט דעם מיטוואך מאכט דער זילבי אונז לאכן ווי אים פורים, א גאנץ יאר.

מיט דעם מיטוואך האט זילבי אראפ געשטעלט א דינסטאג אשכול לשם ולתפארת.

מיט דעם מיטוואך האט בעכער אונז אינגאנצען צוקלאפט מיט דעם יתוש קדמך.

מיט דעם מיטוואך גייט בעכער ווייטער באלייכטן דעם ווינקל, עס זאל שיינען און גלאנצען לשם ולתפארת.


זילבי איז דא = עס איז ליכטיג ב"ה אין ווינקל!!

וואס » Wed Aug 13, 2008 3:54 pm

· #1129
Re: דער מיטוואך אשכול
וואס דעם לץ פאלט נישט אלץ ביי...

אוי האב איך געלאכט זילבער, א מחיה.

זארעכפעפער » Wed Aug 13, 2008 4:45 pm

· #1133
Re: דער מיטוואך אשכול
און שוין...
א מיטוואך איז דא, ליכטיג איז שוין, און ואני - וואו בין איך? ס'ליכטיג, ס'שיינט, ס'ציכטיג, און פארט איז מיר טונקל פאר די אויגן. אמער, ווי קאן דאס געמאלט זיין אז איך האב נישט זוכה געווען ביז אין אטא די מאמענטן צו זען און נהנה צו זיין מאורו פון דעם גרויסן שיין און ליכטיקייט וואס זילבער האט אונז דא באלאכטן?

זיץ איך אין פינסטער? בין איך בלינד ח"ו? וואס גייט פאר מיט מיר?
זעט אויס אז מ'דארף האבן אויסגעארבעטע אויגן צו קענען נהנה זיין מאורו של הזילבערנעם בעכער. ס'שוין גארנישט אזוי גרינג...

מ'קען זיצן אין ליכטיקייט, מ'קען האבן לעקטער און ס'קען אפילו זיין א שיינער אויסגעקלארטער מיטוואך כיום שנתלו המאורות, אבער פארט זאל מען נאך אלץ זיין אין די בחינה פון הכו בסנוורים. פשוט און פראסט, איך האב דאס נישט געמערקט ביז היצט. ניט געזען.

ועככששיו... און היצט אז איך האב דאס יא געזען, איך האב דאס יא געליינט, איז דאך קרן אור פני. ס'מיר ממש ליכטיג געווארן פאר די אויגן. יהי מאורות - ס'זאל זיין ליכטיג.

ליכטיקייט זאל זיך גיסן, און זילבערנע בעכער זאל ארטיקלעך שיסן. יהי - ס'זאל זיין...

וואס » Wed Aug 20, 2008 11:09 am

· #1355
Re: דער מיטוואך אשכול
שוין נאכאמאל מיטוואך.

פרישע קאווע » Wed Aug 27, 2008 2:28 pm

· #1716
Re: דער מיטוואך אשכול
דער הינטיגער מיטוואך איז נישט עפעס אזא פשוטער, ער איז עפעס אנדערש פון א געווענטליכע טאג, פארוואס............?

פרעגטס מיך נישט ווייל איך ווייס נישט..............

איזאק » Wed Aug 27, 2008 3:52 pm

· #1724
Re: דער מיטוואך אשכול
איך ווייס גראדע יא פארוואס, נאר איך האלט נישט ביים ארויסגעבן.

ראנעלד-רעיגן » Wed Aug 27, 2008 4:05 pm

· #1731
Re: דער מיטוואך אשכול
איזאק דו האסט שוין צופיל סודות.

אויב איז ער א סאטמארער ווייס איך פארוואס................אבער איך גיי אויך נישט זאגן.

איזאק » Wed Aug 27, 2008 4:06 pm

· #1733
Re: דער מיטוואך אשכול
חחחחחח ראני, גוט גוט.

היימיש » Wed Aug 27, 2008 4:16 pm

· #1739
Re: דער מיטוואך אשכול
וואס הייסט פארוואס? סאיז דו לעצטע מיטוואך פרשת ראה תשס"ח.

ראנעלד-רעיגן » Wed Aug 27, 2008 4:18 pm

· #1741
Re: דער מיטוואך אשכול
חחחחחחחחחחחחח

פויער » Wed Sep 24, 2008 8:07 am

· #2155
Re: דער מיטוואך אשכול
שוין ווייטער מיטוואך

רבותי די שופר וועקט עורו ישנים משנתכם

די ווינקל האט געכאפט א גוטן שלאף די לעצטע פאר טעג

רעיגען האט רעגניזירט (אזוי קוקט אויס...)

מען דארף א נייע פרעזידענט

היימיש » Wed Sep 24, 2008 5:40 pm

· #2159
Re: דער מיטוואך אשכול
פויער כתב:רעיגען האט רעגניזירט (אזוי קוקט אויס...)


גראדע דרייט ער זיך דא ארום ער האט סתם איינגענומען א שווייגעניש.

שמערי בערי » Wed Sep 24, 2008 10:07 pm

· #2160
Re: דער מיטוואך אשכול
לכו נרננה, וויאזוי ס'מיטוואכט זיך אזוי דאנערשטאגט זיך...

ראנעלד-רעיגן » Wed Sep 24, 2008 10:46 pm

· #2166
Re: דער מיטוואך אשכול
היימיש כתב:
פויער כתב:רעיגען האט רעגניזירט (אזוי קוקט אויס...)


גראדע דרייט ער זיך דא ארום ער האט סתם איינגענומען א שווייגעניש.


סארא חוצפה! מישטזיך אריין אין פריוואטע ארכיוון???

פויער » Thu Sep 25, 2008 10:22 am

· #2179
Re: דער מיטוואך אשכול
וואסי טאקע פשט רעיגן?

היימיש » Thu Sep 25, 2008 10:27 am

· #2188
Re: דער מיטוואך אשכול
העסט אים פרעגן נעקסטע מיטוואך יעצט איז דאנערשטאג.

איזאק » Wed Oct 29, 2008 1:33 pm

· #2237
Re: דער מיטוואך אשכול
עס לוינט זיך אריינצוקומען אהער נאר כדי איבער צו לייענן די הערליכע ווערטער פונעם פותח האשכול.
געווען גוטע צייטן.
א געזונטן מיטוואך.

איש יהודי » Wed Oct 29, 2008 7:15 pm

· #2245
Re: דער מיטוואך אשכול
ס'נאך אלץ גוטע צייטען

היימיש » Wed Oct 29, 2008 7:37 pm

· #2248
Re: דער מיטוואך אשכול
נישט אזוי גוט אבער מקעין זיך נישט אפרעדן.