היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » אויספאסטן אפטיילונג

אויספאסטן אפטיילונג

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #124

שעפעלע » Sun Aug 10, 2008 8:43 pm

· #1014
אויספאסטן אפטיילונג
רבותי עס איז עמערדזענסי איך דארף שוין וויסן אויף וואס מען דארף אויספאסטן כדי די מאגן זאל נישט טאנצן הקפות (ער האט גיטע פיסלעך איך געדענק נאך פון שבעה עשר בתמוז) מען דארף דאס שוין לאזן וויסן פארן עולם נאך פאר די עסן ווערט גרייט (=צוגעברענט) ווייל נאכדעם איז שוין פארפאלן,
איינער האט מיך געראטן אז איך זאל אויספאסטן נאר אויף א הייסע טעלער זופ, אביסל פערפל און ברויט, איך ווייס נישט וואס צו טון וויאזוי געט מען זיך אן עצה איך בין ממש פארלוירן ווי עטס קענטס זעהן אויף די נוסח פון מיין כתיבה,,, איך פאסט שוין א גאנצן טאג אז איך זאל זוכה זיין צו וויסן אויף וואס איך וועל אויספאסטן........................ נאך אביסל און מען פאסט אויס, נו נו נעמטס ענק שרייבן אבער געגאנגען

שעפעלע » Sun Aug 10, 2008 8:49 pm

· #1015
Re: אויספאסטן אפטיילונג
איך האב פארגעסן צו שרייבן אז טאמער איז דער עולם טאקע אזוי ערליך אזוי ווי מען דארף זיין און מען גייט נישט באזוכן דער ווינקעל אין טישא באוו דעמאלס זאל מען נאכן אויספאסטן אינפארמירן דעם ציבור אויף וואס מען האט אויסגעפאסט און צו עס איז געלונגען ווייל מען דארף דאס זייער וויכטיג וויסן כדי די בויך זאל נישט ווערן א דריידל

איך באדאנק מיך פאר די פארשטענדעניש מיט די פאסטערס וואס האבן נישט כח יעצט צו ענטפערן, אבער זייטס געווארנט אז טאמער טאמער עטס ועטס אויספאסטן אויף עפעס וואס הערשל מייזליש לאזט נישט דעמאלטס זאלן ענק ענדער יעצט שרייבן ווייל יעצט איז דא מער כח אין ענק ווי נאכן אויספאסטן............ געדענקט, Razz
און יעצט געגאנגען דאווענען מנחה

ראנעלד-רעיגן » Sun Aug 10, 2008 8:54 pm

· #1016
Re: אויספאסטן אפטיילונג
קודם ר' איד ברואיגט אייך, אויב וועט איר אויספאסטן ווילדערהייט וועט איר בלייבן אן א מאגן.

אויב ווילט איר זיך שפארן די קאפוויי פון נאכן אויספאסטן, דאן די ערשטע זאך ווארף אוועק די קיכעלעך, ער איז דאס ארגסטע.

צום ערשטען מאך הבדלה אויף א קליין גלעזעל נישט צו קאלטע גרעיפ דזאס, דאן זעץ דיך אראפ.

צווייטנס, אוועקאדא מיט א וועטשטיבל סעלעד איז זייער געראטן, אדער סעמאן סעלעד.

והעיקר וואס די עסט נאר זאל עס זיין מיט א וועטשטעבל סעלעד און די זייט.

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 11, 2008 12:48 am

· #1018
Re: אויספאסטן אפטיילונג
אקעי, האב איך שוין אויסגעפאסט, דאנקען גאט איז אלעס אריבער בשלום ושלוה.

זעצער, ביסט געווען אזוי פאר'דאגה'ט, נא לאמיך הערן איז אלעס בסדר? ברויכסטו עני העלפ? חברים, שומרים, הצלה???

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 11, 2008 12:49 am

· #1019
Re: אויספאסטן אפטיילונג
אנטשולדיגט שעפעלע כא בטעות געזאגט זעצער אבער געמיינט האביך דיר, מוחל?

זעצער » Mon Aug 11, 2008 10:42 am

· #1021
Re: אויספאסטן אפטיילונג
רעיגן, האסט גראדע נישט אזוי שלעכט צוגעטראפן, איך בין אויך געווען היבש נערוועז וועגן דעים פראבלעם.
אבער צום סוף האט מען זיך אן עצה געגעבן, מיט א טעלער זופ, און נאכדעים אביסל טונא מיט וועידשטיבעל סאלאד.
מהאט ב"ה נישט געברויכט צוקומען צו קיין העלפ.

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 11, 2008 11:07 am

· #1023
Re: אויספאסטן אפטיילונג
נחמתנו בני נחמתני.

דארפסמאן » Mon Aug 11, 2008 11:28 am

· #1025
Re: אויספאסטן אפטיילונג
איך ווייס נישט ווי אזוי מען קען אויספאסטען אויף וועידשטיבעל סאלאט,

נעכטן האב איך אויך מורא געהאט ווי אזוי איך גיי פילען, האב איך אויסגעפאסט אויף א קליין שטיקעל קעיק מיט א קאווע נאכדעם אביסל פראכט און נאכדען געגאנגען שפאצירען און נאכדעם געגעסן סאפער,


אין ב"ה פיין געפילט

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 11, 2008 11:32 am

· #1026
Re: אויספאסטן אפטיילונג
קוקט אויס די וואינסט און א ווייטן דארף, וואס דארט האט מען ארגעניק קיכעלעך, אבער באנונז אין אמעריקא האט דער עולם קאפ וויי נאכן אויספאסטן, און ווי עס ווערט איבער געגעבן פון קראנטע מקורות האט עס צוטין מיט די קיכעלעך וואס מ'האקט אריין נאכן פאסטן.

שעפעלע » Mon Aug 11, 2008 11:43 am

· #1027
Re: אויספאסטן אפטיילונג
אאאאאאהההההההההההההה ברוך השם........................... ענדליך.............. שוין אויסגעפאסט...... מען האלט שוין דא, פאר ווער עס האט זיך עכט געזארגט וויל איך דא בארואיגן אז ברוך השם עס איז געווען אלעס אין בעסטן ארדענונג קודם האב איך נישט געדארפט אליין אויסטרינקן די בעכער הבדלה וויין האב איך שוין געהאט דריי פערטל פראבלעימען געסעטלט
און נאכער האב איך געגעסן אביסל פרוכט, געטרונקען הייסט וואסער אויסגעמישט מיט עפל זשוס (עס איז נאך בעסער ווי א טיי), געווארט 20 מינוט און זיך געוואשן אויף האלוויט ראל, עס איינגעטונקן אין זופ אז עס איז געווען טעם גן עדן התחתון און דערנאך האט מען געגעסן געהעריג סאפער און איך האב ברוך השם נישט געהאט קיין פראבלעים

ווער עס איז נישט אינטערסירט צו וויסן פונקטליך וואס איך האב געגעסן זאל ביטע איבערהיפן מיין הודעה און גיין צו די נעקסטע.......... אבער איך בין יא אינטערסירט צו וויסן וויאזוי זיין אויספאסטן איז צוגעגאנגען, עס איז זייער נוגע

דארפסמאן » Mon Aug 11, 2008 11:49 am

· #1029
Re: אויספאסטן אפטיילונג
ביי אינץ און דארף עסט מען אביסל היימישע קיכלעך און אלעס איז מסודר

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 11, 2008 11:51 am

· #1030
Re: אויספאסטן אפטיילונג
שעפעלע יא סאנד ווערי העלט מיינדעד פערסאן..............

אקעי שעפעלע בעט בעמיר א גענאדע טון, קאווע מיט טשיס קעיק, קליינע פלאנדער פישעלעך מיט פאטעטאס, אביסל אוועקאדא מיט ווייס בייגל, און עטליכע גלעזלעך וואסער.

ראנעלד-רעיגן » Mon Aug 11, 2008 11:52 am

· #1031
Re: אויספאסטן אפטיילונג
דערפעל כאטשיג קיכעלעך מיט הערינג???

דארפסמאן » Tue Aug 12, 2008 2:44 pm

· #1094
Re: אויספאסטן אפטיילונג
אוודא

ראנעלד-רעיגן » Tue Aug 12, 2008 3:12 pm

· #1096
Re: אויספאסטן אפטיילונג
שוין זע איך ביסטו יא א קליגער איד, כא מורא געהאט עס ארויף צו ברענגן על השלחן, ווייל דער עולם וועט מיך באשטיינערן, אבער ווי די יודעי דבר ווייסן צו זאגן איז קיכעלעך מיט הערינג פון די געשמאסטע זאכן נאך א תענית.

אבער.....א גרויסער אבער......... עס מוז זיין וויינבערגער'ס מאטיאש ענד לאקס! פארשטאנען?

שעפעלע » Tue Aug 12, 2008 3:14 pm

· #1097
Re: אויספאסטן אפטיילונג
רעגן די האסט מזל אז ר' הערשל מייזליש דרייט זיך נישט דא (ווער ווייסט)

ראנעלד-רעיגן » Tue Aug 12, 2008 3:21 pm

· #1099
Re: אויספאסטן אפטיילונג
וואטס די פראבלעם??? גלייכט ער דען נישט קיין הערינג???

שעפעלע » Tue Aug 12, 2008 3:57 pm

· #1102
Re: אויספאסטן אפטיילונג
איך מיין אז הערינג גראדע גלייכט ער יא נאר נשיט אלע קיכעלעך גלייכט ער, אבער גם בהערינג יש לדון אם הוא מניח לאוכלו

בני היכלא » Tue Aug 12, 2008 4:09 pm

· #1106
Re: אויספאסטן אפטיילונג
וואס קען זיין שלעכט מיט הערינג.
פראטין איז דאך גוט
זאלץ איז דאך אויך גוט.

אפשר האט עס טראנספעט רחמנא לשזבן?

היימיש » Tue Aug 12, 2008 4:13 pm

· #1108
Re: אויספאסטן אפטיילונג
הערינג נאך א תענות? די מיינסט עס נישט אמתדיג.

שעפעלע » Tue Aug 12, 2008 4:22 pm

· #1109
Re: אויספאסטן אפטיילונג
איך ברעך כמעט יעדע וואך מיין תענית שבת אינדערפרי נאכן דאווענען מיט הערינג און אייערקיכלעך און עס איז ממש א טעם גן עדן א עונג שבת, און דאס איז נאר נאך א תענית פון קוים צווי שעה, איז שטעל דיך שוין פאר ווען מען ברעכט א תענית פון א גאנצן טאג מיט הערינג און אייער קיכלעך עס איז דאך ממש מעין עולם הבא.... Razz

בני היכלא » Tue Aug 12, 2008 4:24 pm

· #1110
Re: אויספאסטן אפטיילונג
שעפעלע.

ער מיינט זיכער אז דאס זאלץ טרוקנט אויס, דערצייל יעצט, וויפיל דו טרונקסט אלץ צוזאם נאכן הערינג.

ראנעלד-רעיגן » Tue Aug 12, 2008 5:50 pm

· #1113
Re: אויספאסטן אפטיילונג
שוין האב איך געוויסט אז דער עולם וועט נישט מסכים זיין צו מיין הערינג, באמת האב איך אויך אמאל אזוי געמיינט, ביז מיין חבר האט פאריאר מוצאי ת"ב, סערווירט א שלישי......... און ער האט סערווירט געשמאקע הערינגלעך, גלייבטס מיר די מארבל קעיק איז געשטאנען ווי א דומם אויפן טיש, און דער עולם האט אים באדאנקט נישט פארן צושטעלן הערינג, נאר פארן אויסלערנען דעם סוד אז אויספאסטן אויף הערינג איז מעין עולם הבא.