היימישע ווינקל — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » דאס היימיש ווינקעלע-יושבי קרנות » ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!

ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #121

זארעכפעפער » Fri Aug 08, 2008 10:33 am

· #1004
ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
ניין!
היינט איז נישט 'יום ראשון' און אויך נישט 'יום שני'.
'יום שלישי' האט אונז שוין זילבער איינגעמאלדן ווען דאס איז געווען, און דער 'יום רביעי' פארעכנט זיך שוין אויף אייער נעכטן.
דער נעכטיגער 'יום חמישי' איז שוין טאקע חלף והלך לו, אבער דער 'יום שישי' האט זיך נאך אויפן האריזאנט נישט באוויזן.

דער היינטיגער טאג איז דאך נישט בלויז נאך א 'יום' צום וועכנטליכן סדר. ער איז דאך נישט אן איינפאכער ויהי ערב ויהי בוקר 'יום שישי'. ער איז עפעס אן אויסנאם. ער איז א ויהי ערב ויהי בוקר יום השישי. א טאג מיטן גרויסן ה"א הידוע, וועלכער רעכנט זיך אלץ דער באקאנטער טאג. אין היינטיגן טאג איז די וועלט באשאף געקומען צו איר פולשטענדיגן ציל. נעמליך, "ויברא אל' את האדם! ויברך אותם אל'".
*

א געטומל א געפילדער אלעס איז איז פארנומען. יעדער איז פאריאגט, יעדער איז פארפלאגט. רבא זאלצט די פיש און רב יוסף האקט קעפ. אלע, פון גרויס ביז קליין, זענען פארפארעט אין דעם היינטיגן יום 'ה'שישי. עפעס א קלייניקייט? ס'איז דאך א געבענטשער טאג! א טאג וואס דער גרויסער באשעפער האט צוגעטיילט פאר אונז מענטשעלעך א ספעציעלע ברכה - ויברך אותם אל'!

ויהי ערב ויהי יום השישי – ויכולו השמים והארץ!

אידילעך שרייט'זשע גוט שבת!

זילבערנע בעכער » Fri Aug 08, 2008 10:45 am

· #1005
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
איי זארעכ זארעכ, האסט מיך אויסגעכאפט, נישט קיין שיינע זאך... דזשאסט קידינג, שיין אראפגעלייגט, איך געב דיר איבער זונטאג און מאנטאג אויכעט, העסטעס טון פאר מיר ?

ראנעלד-רעיגן » Fri Aug 08, 2008 11:24 am

· #1006
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
מקולות מים רבים אדירים, אידעלעך גרייט'ס ענק ס'קומט א זיסער און לעכטיגער שבת אויף דער וועלט, און אי"ה דעם קומענדיגן זונטאג גייט כלל ישראל אפהאלטן א גרויסן יו"ט אונעם עורו של לויתן אינאיינעם מיט משיח צדקינו.

בני היכלא » Mon Aug 11, 2008 1:50 pm

· #1040
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
גוט שבת! איך שריי!!!!!!!!!!!
ווען איך וואלט דאס געהאט פאר שבת? איי וואסערע שבת חזון ס'וואלט געהערשט בעולם ההיכלא.
אך אך אך חבל.

ראנעלד-רעיגן » Fri Aug 22, 2008 12:30 pm

· #1531
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
שוין דער שבת גייט זיין פאר אונז שטאט אידן אביסל א פארכומערעטע שבת דער עולם הייבט אן צוריק צו קומען פון קאנטרי, מ'גייט מיר צו נעמען מיין רואיגקייט.

פאריגע וואך נחמו איז געווען מעין עולם הבא, אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן האבן אנגעהאלטן דעם מנהג טוב אז מ'פארט אוועק אויף שבת, ווער עס איז געבליבן אין שטאט האט מען אים נאכגעקוקט די יחות 10 דורות ארויף אויב ער איז מזרע ישראל..................

העמיר זיך מוזן דא אונעם ווינקל ווי קיינער עט נישט(?) אביסעלע מחזק זיין, אידן ס'קומט א לעכטיגער שבת!

פויער » Fri Sep 12, 2008 8:30 am

· #2045
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
א גוטן ערב שבת קודש פרשת כי תצא אלע יודן

די הכנה צום שבת איז גרעסער ווי שבת אליין

האט מיר דא אלע יודן א גוטן שבת און א גוטן מנוחה

ראנעלד-רעיגן » Fri Sep 12, 2008 10:43 am

· #2054
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
האסט עפעס א שיינעם מנוחה ושמחה? די אלטע איז מיר שוין זייער בארינג.

איש יהודי » Fri Sep 12, 2008 11:00 am

· #2057
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
יא

ראנעלד-רעיגן » Fri Sep 12, 2008 11:03 am

· #2059
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
נו זינג עס פאר, לאמיך זען אויב ס'געפעלט מיר.

איש יהודי » Fri Sep 12, 2008 11:24 am

· #2061
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
אקעי הערצי
איינס צוויי דריי
מנוווווחה ושששששששמחה אווווור ליהוודייים
מא מא מא מא מא

פרישע קאווע » Fri Sep 12, 2008 11:26 am

· #2062
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
מא מא מא מא מיי.........

מה טובי אוהליך יעקב,

מא מא מא, מא מא מא מא!!!

משכנותיך ישראהייהייהייהאהאהאהייל..................

ראנעלד-רעיגן » Fri Sep 12, 2008 11:30 am

· #2065
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
ואס פארדרייסטו ניגונים די דארט!

אקעי האלט מיר ביי "יום שבתון" וויזוי גייט עס?

אויבער חכם » Fri Oct 31, 2008 1:20 am

· #2289
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
אקעי
יום שבתון יום מחמדים
איי איי שמריו וזכריו המה מעידים מה מה מה מה מה מה

פויער » Fri Oct 31, 2008 5:58 am

· #2294
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
מה אנו מה חיינו מה חסדינו מה צדקותינו מה ישועתינו מה כוחינו מה גבורתינו

היימיש » Fri Nov 07, 2008 12:17 pm

· #2336
Re: ויהי ערב ויהי בוקר - יום השישי!
רעגענדיגע פרייטאג