די דאנערשטאג אשכול
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #119
די דאנערשטאג אשכול
יתוש קדמך.
דאס איז א פאקט, יא דו און איך וואס אונז שלאג מיר זיך ארום יעצט מיט פליגן, מאסקיטאס, בינען וואס שטעכן אדער אין בעסטן פאל דזשומענן אויף די געהירן, די נערוון קריכערס וואס שטיפן זיך אדורך יעדע לאך פון די סקרין כדי אנצוקומען צו די פארטש לייט באנאכט, די אלע זענען באשאפן געווארן א טאג פאר דעם הויכגעשעצטן מענטש וואס האלט זיך גרעסער פון אלעם.
יא פארפאלן, אזוי האט דער באשעפער געוואלט, ווי צו זאגן, האלט דיך נישט אזוי גרויס דו מיטן שיינעם קעדילעק.
וואס בלאזטו אזוי פון דיר ? יתוש קדמך !! האסט געמאכט עטליכע גוטע ריעל עסטעיט דילס ? פיין און וואויל, אבער פארגעס נישט אז עס קומט פונעם זעלבען באשעפער וואס האט געהאלטן פאר וויכטיגער צו באשאפען קודם די טונא פיש און די באטער-פליי.
זעסט דארטן א גאנצע מחנה מורישקעס ? א באנדע גארנישטלעך, אבער זיי האבן שוין אנגעפירט מיט פעסטע אקטיוויטעטן ווען מיר קעניגליכע מענטשן האבן נאך נישט געזען די שיין פון די זין
אז מען טראכט אריין אין דעם, איז גרינגער צו האבן א שטיקל הכנעה.
יא, יתוש קדמך.
א פרייליכען דאנערשטאג.
Re: די דאנערשטאג אשכול
יש"כ בעכער הערליך שיין.
בינען וואס שטעכן, איי וואספארא טובה ס'ליגט אין די בריאה פון די נישטיגע בינענדלעך, לייען א נייעס קעפל, וויכטיגע אסיפה פארגעקמען איבער בינען מגיפה, די אגריקולטער דיפארטמענט איז זיייער באזארגט איבער די לעצטיגע מגיפות וואס קומט פאר ביי די בינען, טויזענטער בינען שטארבן אויס אן קיין סיבה, וואס איז די גרויסע סענזאציע? אן קיין אריכות, די טבע פון די בינען איז אז זיי טראגן פארשידענע שטויבן פון איין בלום צום צווייטן וואס דאס איז א וויכטיגע חלק וואס די פיורת דארפן האבן צו קענען וואקסן, און אז דאס וועט פעלן מי יודע וואס וועט זיין מיט די אלע פירות וירקות.
איי ווי עמוק עמוק איז יעדע קליינטשיגע (גרויסע) נקודה פונעם באשעפערס בריאה.
Re: די דאנערשטאג אשכול
זילבער,
האסט מיר געקאסט א גוטען לאך
זאל דיר זיין צי מצוה
Re: די דאנערשטאג אשכול
יישר כח זילבערנע בעכער
ווען די האסט ווען אזעלעכע אנאליזן אויף יעדן טאג אין יאר וואלט מען געהאט מער וואס צו ליינען
Re: די דאנערשטאג אשכול
הערה: יתוש
Re: די דאנערשטאג אשכול
הערה: שכוח
Re: די דאנערשטאג אשכול
הערה: שכוח, און א גוטן דאנערשטאג.
Re: די דאנערשטאג אשכול
זאג מיר דעים אמת, די האסט טאקע געוואלט זאגען שכוח, אדער די האסט סתם געוואלט ארויפברענגען די אשכול?
Re: די דאנערשטאג אשכול
גוטע קשיא היימיש, געמער א וואך, איך דארף דאס איבערטראכטן.
Re: די דאנערשטאג אשכול
איזאק אויב בעטסטו א וואך פארלאנג מיר א תירוץ, אזונס און אזעלעכס, ס'זאל ראקן! פארשטאנען? אינז העמיר נישט ווארטן א וואך סתם אזוי.
Re: די דאנערשטאג אשכול
המממממ, האסט מיך געלייגט אין א ספאט, העליך זען.
Re: די דאנערשטאג אשכול
דאנערשטאג היינט יעצט בין יעך געווארן דא א מעמבער און איך בעט דעם עולם מ'זאל מיך מקרב זיין
Re: די דאנערשטאג אשכול
פון היינט און ווייטער העמיר שוין האבן ווער ס'זאל אינז זאגן, אה! וואס ווייסט עטץ קליינע קינדערלעך, אין אונזערע צייטן זעמיר געזעצן ביים טייך ביים עק שטאט געוואשן וועש, אוי האבן מיינע פינגערס געבליטוגט.......
בד"וו פייטל דער אויבערמאן איז נישט דיינס א יוגענט חבר?
Re: די דאנערשטאג אשכול
אוי פארגעסן צו זאגן, דיין ברוך הבא פיק אויף אין שלום עליכם.
Re: די דאנערשטאג אשכול
שוין דאנערשטאג, זילבי האט אנגעווערטשאפט א שרעקליכס, איך טראכט פון א פליג...
Re: די דאנערשטאג אשכול
איזאק, דאס איז שוין א פליג דיסארדער...........
Re: די דאנערשטאג אשכול
וואס קען מען דאס רופן ? פליגעליירעס אפשר.
Re: די דאנערשטאג אשכול
ענליך צו סארייסעס...........
Re: די דאנערשטאג אשכול
ווי אזוי קומט אן פון א פלעינע דאנערשטאג צו סארייעסעס ?
עניוועי, א העפי דארשטעריג.
Re: די דאנערשטאג אשכול
נאכאמאל דאנערשטאג, אוי ווי די צייט לויפט.
Re: די דאנערשטאג אשכול
אז ער לויפט מיילא אבער וואס שלעפט ער אונז מיט ?!
Re: די דאנערשטאג אשכול
א גוטן דאנערשטיג.
Re: די דאנערשטאג אשכול
דוקא דאנערשטיג דארף זיין גוט...?
Re: די דאנערשטאג אשכול
ראנעלד די כאפסט נישט דאנערשטאג באקומט מען די טשעקעל און אויב דער דאנערשטאג טשעקל איז גיט דעמאלס גייט שוין די גאנצע וואך בעסער, פארשטאנטא?
Re: די דאנערשטאג אשכול
אוי הלוואי! ווען איך באקום ווען דאנערשטיג דעם טשעקל, וואלט שוין די גאנצע וועלט אנדערש אויסגעזען.
Re: די דאנערשטאג אשכול
איך גיי מיך נישט טענהן מיט דיר ווייל דא איז נישט די טענהן אשכול.
אבער איך זע נישט ווי אזוי די וועלט וואלט געווארן אפעקטעט ווען דו באקומסט ווען א טשעקל דאנערשטיג.
Re: די דאנערשטאג אשכול
נישט זיך טענהן'דיג וועט די וועלט אפעקטירט ווערן, הער זיך צי וועסטו פארשטיין.
ווייל אויב איך וועל באקומען א טשעקל וועט מיין ווייב שמייכלן, און אז מיין ווייב וועט שמייכלן וועלן אלע אירע חאבערטעס שמייכלן און אז אירע חאבערטעס וועלן שמייכלן וועלן אלע זייערע מענער שמייכלן און אזוי ביז עס וועט אנקומען צו מיסטער "וואס" און דאן ווען "וואס" וועט שמייכלן וועט דאך שוין די גאנצע וועלט שמייכלן, פארשטאנען.............???
Re: די דאנערשטאג אשכול
א טיפקייט פון א חידוש.
Re: די דאנערשטאג אשכול
ראנעלד איך גיי נישט שמייכלען...
Re: די דאנערשטאג אשכול
נעוודאי פויער כאדאך נאך נישט באקומען דעם טשעקל......
Re: די דאנערשטאג אשכול
נאך אריינגעכאפט צו זיין דא דאנערשטאג.
Re: די דאנערשטאג אשכול
איך בין שוין אנגעקומען דא פרייטיג העלעך מוזען גיין צו יום השישי
Re: די דאנערשטאג אשכול
נעווער מיינד פויער סיז קיינמאל נישט צי שפעט, מ'קען אייביג תשובה טון.
Re: די דאנערשטאג אשכול
עס איז אלעמאל שפעט אין קיינמאל צי שפעט
Re: די דאנערשטאג אשכול
ששששש..... וואטש וועק נישט אויף קיינעם.
Re: די דאנערשטאג אשכול
יתוש קדמך רבותי.